Personal Injury Lawyers Bronx and Westchester County, New York

ערנסט פארוואונדעט אין אן עקסידענט?

מיר קעמפן פאר אייערע רעכטן

אויב איר, אדער א פאמיליע מיטגלידער איז געווארן פארוואונדעט אדער געשעדיגט אין אן עקסידענט וואס איז געשען דורך א צווייטער, דאן דארפט איר זיכער מאכן אז איר טוט די ריכטיגע זאך צו באשיצן אייערע רעכטן, ווייל אויב נישט קענט איר צום סוף דארפן באצאלן אויף דעם וואס א צווייטער האט געדרייווט נאכלעסיג. טאקע וועגן דעם איז גאר וויכטיג צו רעדן מיט א פערזענליכע "אינזשורי לאיער" וואס רעדט אידיש און ווייסט און פארשטייט אונזער קאמיוניטי.

דאס באקומט איר ביי .Giampa Law און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס אונזער פירמע פארמאגט אדוואקאטן וואס ווייסן די געזעץ און קענען ערקלערן אייערע לעגאלע רעכטן אין אידיש. אונזערע לאיערס זענען פון אונזער קאמיוניטי און פארמאגן די זעלבע לעבנסשטייגער ווי אונז, און פארשטייען אונזערע געברויכן און סטאנדארטן - ערליכקייט, ישרות און דערגרייכן הצלחה. און דאס איז טאקע די אורזאך פארוואס מיר האבן אזא שטארקע רעקארד פון הצלחה. דאס איז וועגן וואס מיר וויל ארבעטן מיט אייך.

עטליכע מערקבארע רעזולטאטן ביי Giampa Law

$5,000,000 סעטלמענט - מעדיצינישע מעלפרעקטיס

$3,558,000 אורטייל - ארבעטס פלאץ עקסידענט

$2,506,666 אורטייל - פעדיעטריק מעלפרעקטיס

$1,800,000 סעטלמענט - באס עקסידענט

$1,750,000 סעטלמענט - ארבעטס פלאץ עקסידענט - פאטאלע אומגליק

די סארטן קעיסעס וואס מיר טוען באהאנדלן

אונזער פירמע טוט באהאנדלן אלע סארטן אנקלאגעס וואס נעמט אריין 'פערזענליכע אינזשורי' עקסידענטן וואס איז געשען צוליב א צווייטנס פארנאכלעסיגקייט, אדער ווילדע אויפפירונג. טייל פון די אפטע - און מער ערנסטע - קעיסעס וואס אונזערע לאיער'ס באהאנדלן, נעמט אריין:

  • קאר עקסידענטן
  • דורכגייער עקסידענטן
  • מעדיצינישע מעלפרעקטיס
  • גליטש און פאלן עקסידענטן

סיי וועלכע סארט 'פערזענליכע אינזשורי' איר גייט אדורך, מאכט זיכער אז איר נעמט דעם קעיס ערנסט באלד פון אנהייב. מאכט זיכער אז איר רעדט צו א פערזענליכע אינזשורי לאיער וואס קען אידיש און די לעגאלע סיסטעם, און וועמען איר קענט געטרויען אז ער וועט זיך אננעמען פאר אייערע רעכטן.

וויאזוי א פערזענליכע אינזשורי לאיער קען אייך העלפן

די לעגאלע סיסטעם פון ניו יארק קען היבש צעמישן און זיין כאאטיש. אויב איר האט נישט איינער וואס קען גוט דער סיסטעם און ווייסט וויאזוי צו באקומען רעזולטאטן, דאן קען אייער פאמיליע פארלירן די געלעגנהייט צו באקומען א סעטלמענט אדער אורטייל וואס זאל דעקן די הוצאות וואס קומען צוליב דעם עקסידענט.

געוואנדן אין די ערנסטקייט פון די וואונדן פון אייך אדער אייער פאמיליע מיטגליד, איז היבש מעגליך אז די מעדיצינישע ביל'ס; פילע באזוכן ביים דאקטאר; פארלוירענע הכנסה; און דאס נישט קענען צוריקגיין צו די ארבעט (אויב מען קען נישט ארבעטן פאר א לענגערע וויילע) דאס אלעס קען גאנץ שנעל אנקומען צו א פעטע מטבע פון טויזנטער צו גאר מיליאנען דאלארן. דעריבער איז זייער וויכטיג צו רעדן צו א לאיער פון אונזער פירמע ווי שנעלער. מיר קענען אייך ערקלערן אלע לעגאלע אפציעס וואס איז פארהאן. אזוי קענט איר מאכן א גוטע באשלוס באזירט אויף די פאקטן.

צייט איז טייער. אין ניו יארק און ניו זשערסי, איז אפטמאל פארהאן א באגרעניצטע צייט וואס איר קענט אונטערנעמען לעגאלע מיטלען נאכן פארוואונדעט ווערן אדער נאכן עקסידענט. דער דעדליין איז באקאנט אלס 'סטעטשוע אף לימיטעישאן'. אלזא, ווי שנעלער מיר קענען אנהייבן אונזער ארבעט אויף אייער פאטענציאלע קעיס, אלס שנעלער קענען מיר אנהייבן זאמלען די באווייזן וואס פעלט זיך אויס צו מצליח זיין.

די בעסטע פון אלעס איז, אז איר דארפט זיך נישט זארגן וויפיל אונזערע סערוויסעס קאסטן, וויבאלד מיר ארבעטן אויף א וועג אז מיר נעמען בלויז א פראצענט פון וויפיל געלט מיר באווייזן צו פארזיכערן פאר אייך אדער אייער פאמיליע. אויב געווינען מיר נישט, דאן זענט איר אונז נישט שולדיג קיין רויטן גרייצער.

מאכט זיכער צו פארטרויען אייער קעיס צו א פערזענליכע אינזשורי לאיער וואס פארשטייט אייך און אייערע סטאנדארטן, און לייגט אייער געברויך ערשט. קאנטעקט Giampa Law און באשטימט אן אומזיסטע קעיס אפשאצונג. רופט 718-665-7700

Top 20 Settlements NY 2022Top 50 Verdicts NY 2022Top 100 Trial Lawyers

Location

Giampa Law

860 Grand Concourse Suite 1H

Bronx, NY 10451

Phone: (781) 557-9602

Click here for directions

Location

Giampa Law

200 Summit Lake Drive #270

Valhalla, NY 10595

Phone: (914) 618-4225

Click here for directions